◐ Shell
reader mode source ↗
לדלג לתוכן
פֿון װיקיפּעדיע

פארזיכערונג איז א סיסטעם וויאזוי מענטשן און ביזנעסער שיצן זיך קעגן גשמיות’דיגע אדער געלטליכע שאדנס. מען צאלט א שטענדיג סכום געלט, וואס ווערט גערופן א פרעמיע, צו א פֿארזיכערונג־געזעלשאפֿט, און אויב עס פאסירט חלילה א שאדן אדער אן אומגליק, דעקט די קאמפאני א טייל אדער די גאנצע הוצאות לויט וויאזוי מען האט זיך אויסגענומען אינעם אפמאך.

דער געדאנק פון פֿארזיכערונג האט זיך שוין אנגעהויבן אין די אמאליגע צייטן ביי סוחרים און שיף-אייגנטימער, וועלכע פֿלעגן צעטיילן די ריזיקע צווישן זיך. אין אייראפע האט זיך די מאדערנע פֿארזיכערונג אנטוויקלט דורכאויס די 17טע און 18טע יאר-הונדערטער, ספעציעל נאך גרויסע שריפות און אומגליקן אויפן ים.

עס זענען פֿאראן פארשידענע סארטן פֿארזיכערונג:

  • לעבנס־פֿארזיכערונג צאלט אויס געלט פאר די יורשים נאך דער פטירה פון א מענטש.
  • געזונט פֿארזיכערונג העלפט באצאלן פאר דאקטוירים, שפיטעלער, און רפואות.
  • אויטא־פֿארזיכערונג דעקט די שאדנס פון קאר עקסידענטן.
  • הויז פֿארזיכערונג היט אפ א הויז אדער א דירה קעגן פייער, גניבות, און אנדערע היזקים.
  • ביזנעס פֿארזיכערונג העלפט געשעפטן זיך צו באשיצן קעגן פארלוסטן און תביעות.

אסאך מענטשן צאלן אריין קליינע סכומים געלט אין א שותפות'דיגע קאסע. ווען איינער ליידט א שאדן, נעמט מען געלט פון יענע קאסע אים ארויסצוהעלפן. אויף דעם אופן ווערט די ריזיגע פאראנטווארטליכקייט צעטיילט צווישן פילע מענטשן.

אין אסאך לענדער זענען געוויסע סארטן פֿארזיכערונג א חוב לויטן געזעץ, ווי למשל אויטא־פֿארזיכערונג. גרויסע קאמפאניס און רעגירונגען נוצן אויך פֿארזיכערונג צו באשיצן זייערע עקאנאמישע אינטערעסן.